Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 9:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 9:18
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.


איז געקומען צו מיר, און איז געשטאנען לעבן מיר, געזאגט: ברודער שאול, ווער ווידער זעענדיק! און אין דער זעלביקער שעה האב איך געקוקט אויף אים.


און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען.


און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.


און האט גענומען שפייז און זיך געשטארקט. און ער איז געווען אייניקע טעג מיט די תלמידים אין דמשק.


און שאול האט זיך אויפגעהויבן פון דער ערד; און הגם די אויגן האבן זיך אים אויפגעמאכט, האט ער דאך גארנישט געזען; און מען האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אריינגעפירט קיין דמשק.


נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח.


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ