Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 9:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 9:17
36 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האט מען געברענגט קינדער צו אים, אז ער זאל ארויפלייגן די הענט אויף זיי, און זאגן א תפילה; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי.


און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!


און ער האט דארטן נישט געקענט טאן קיין וואונדער, אויסער וואס ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אייניקע שלאפע, און זיי געהיילט.


און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש,


און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:


און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)


ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!


מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!


אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)


דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—


דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.


און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.


און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט.


און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.


און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;


און איך האב געזאגט: ווער ביסטו, האר? און דער האר האט געזאגט: איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.


און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט.


זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי.


דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.


און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה;


דערפאר זאלט איר מקרב זיין איינער דעם אנדערן, ווי אויך דער משיח האט אונדז מקרב געווען, צו ה׳ס כבוד.


דער ערשטער מענטש איז פון דער ערד, ערדיש; דער צווייטער מענטש איז מן השמים.


און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד.


צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר?


פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.


גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין.


צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.


נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר.


פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט.


און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ