6 און די מאסן האבן אלע אינאיינעם פארנומען מיט פלייס פיליפוסנס רייד, הערנדיק און זעענדיק די אותות, וואס ער האט געטאן.
און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט.
און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.
און פיליפוס איז אראפגעגאנגען אין דער שטאט שומרון אריין, און האט אויסגערופן צו זיי דעם משיח.
ווארום פון א סך פון די, וואס האבן געהאט אומריינע גייסטער, זענען (די דאזיקע) ארויס, שרייענדיק מיט א הויך קול, און א סך פאראליזשירטע און לאמע זענען געהיילט געווארן.