און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.
און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.
מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;