און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים,
און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים?
מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;