23 ווארום איך זע, אז דו ביסט אין דער גאל פון ביטערקייט (ראש ולענה), און אין דעם בונד פון רשעות. (דברים כט, יז.)
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: באמת, באמת זאג איך אייך: יעדער איינער, וואס טוט זינד, איז א קנעכט פון דער זינד.
יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות;
ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע.
און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;
בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט.
ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;