Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 8:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 8:12
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,


און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.


האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!


צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳;


עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.


קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.


און הערנדיק דאס, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳.


האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.


און די מאמינים אינם האר האבן זיך פיל פארמערט, מאסן מענער און אויך פרויען;


און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט.


ווארום מיטן הארץ גלויבט מען צו צדקות (ישעיהו נג, יא; בראשית טו, ו.), און מיטן מויל איז מען מודה צו ישועה.


דאך איז נישט די פרוי אָן דעם מאן, נישט דער מאן אָן דער פרוי אינם האר.


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ