און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט.
און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו.
און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.