32 איך בין דער ג‑ט פון דיינע אבות, דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב. און משה האט געציטערט און זיך נישט אונטערגעשטעלט צו קוקן.
און ווי די תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער, און האבן זיך זייער געפארכטן.
איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע.
און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט. און עס האט זיך שוין קיינער אויך מער נישט אונטערגעשטעלט פון יענעם טאג אָן אים עפעס צו פרעגן.
און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש!
דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.
און זעענדיק עס, האט משה זיך געוואונדערט איבער דער דערשיינונג; און בשעת ער איז צוגעגאנגען, זי צו באטראכטן, איז געקומען דאס קול פונם האר (ה׳):
זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט.
און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער,