און אין די דאזיקע טעג, ווען די תלמידים האבן זיך געמערט, איז געווארן א געמורמל פון די העלעניסטן קעגן די עברים, מחמת אין דער טאג טעגלעכער באדינונג זענען זייערע אלמנות פארנאכלעסיקט געווארן.
איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;
געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים.