13 און געשטעלט פאלשע עדות, וואס האבן געזאגט: דער דאזיקער מענטש הערט נישט אויף צו רעדן ווערטער קעגן דעם דאזיקן מקום קדוש און דער תורה;
דעריבער ווען איר זעט די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג, וואס איז געזאגט געווארן דורך דניאל הנביא, שטיין אויף דעם מקום קדוש—זאל דער לייענער פארשטיין! (דניאל יב, יא.)—
און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט א פאלש עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי זיי זאלן אים קענען טייטן;
שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.
בעת פוילוס האט זיך פארטיידיקט: נישט קעגן דער יידישער תורה, נישט קעגן דעם בית המקדש, נישט קעגן קיסר האב איך עפעס געזינדיקט.
האבן זיי דעמאלט אונטערגעשטעלט מענער, וואס האבן געזאגט: מיר האבן אים געהערט רעדן לעסטערנדיקע ווערטער קעגן משהן און ה׳.
און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול.
ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה.