Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 6:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און האבן אויפגעהעצט דאס פאלק און די זקנים און די סופרים, און זענען אויפגעשטאנען און אים גענומען מיט געוואלד, און אוועקגעפירט צום סנהדרין,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 6:12
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט.


איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.


און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן


די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.


די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.


נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן.


ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,


און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים,


און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה.


און האבן זיי געברענגט און אוועקגעשטעלט פארן סנהדרין. און דער כהן גדול האט זיי געפרעגט,


האבן זיי דעמאלט אונטערגעשטעלט מענער, וואס האבן געזאגט: מיר האבן אים געהערט רעדן לעסטערנדיקע ווערטער קעגן משהן און ה׳.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ