39 נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט;
און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.
ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.
דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳?
און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט?
און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.
איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר.
האט ער געזאגט: ווער ביסטו, האר? און ער (האט געזאגט): איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.
ווייל ה׳ס נארישקייט איז קליגער ווי מענטשן; און ה׳ס שוואכקייט שטארקער ווי מענטשן.
אדער זאלן מיר דערצערנען דעם האר? צי זענען מיר דען שטארקער פון אים?