Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 5:36 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

36 ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 5:36
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.


ווען זשע זיי וועלן אייך זאגן: זע, ער איז אין דער מדבר; זאלט איר נישט ארויסגיין; זע, (בחדרי) חדרים; גלויבט עס נישט.


מחמת א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, אזוי צו זאגן: איך בין דער משיח; און פארפירן א סך.


צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים?


דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן.


און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס;


אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט;


ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין.


ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;


און א סך וועלן נאכפאלגן זייערע אויסגעלאסנקייטן, דורך וועלכע דער וועג פון אמת וועט ווערן געלעסטערט.


די דאזיקע זענען מורמלער, און וואס באקלאגן זיך (נאר), בשעת זיי גייען נאך זייערע תאוות, און זייער מויל רעדט שטאלצע זאכן, און זענען נושא פנים צוליב שוחד.


און ער האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אין א מדבר אריין; און איך האב געזען א פרוי זיצן אויף א שארלאך רויטער חיה, פול מיט נעמען פון לעסטערונג, און מיט זיבן קעפ און צען הערנער.


און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ