35 דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן.
און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!
דעריבער, אזוי ווי מען קען די דאזיקע זאכן נישט סותר זיין, האט איר זיך געזאלט פארהאלטן רואיק, און גארנישט טאן אין איילעניש.
און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער!
נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע.
ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן.