Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 5:33 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

33 און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געוואלט זיי טייטן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 5:33
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין.


און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער זיין קינד, און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן די עלטערן און וועלן זיי טייטן.


עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!


דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.


און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.


זיי אבער זענען פול געווארן מיט גרימצארן; און האבן איבערגערעדט איינער מיטן אנדערן, וואס מען זאל טאן צו יהושען/ישוען.


געדענקט דאס ווארט, וואס איך האב אייך געזאגט: א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר. אויב מען האט מיך גערודפט, וועט מען אייך אויך רודפן; אויב מען האט געהאלטן מיין ווארט, וועט מען אויך אייערס האלטן.


מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.


און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?


און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!


און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געקריצט מיט די ציין אויף אים.


און ווען עס זענען פארביי א סך טעג, האבן די יידן זיך באראטן אים אומצוברענגען;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ