30 דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, וועמען איר האט גענומען און אויפגעהאנגען אויף א בוים.
אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות, צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק.
צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות, און צו געדענקען זיין הייליקן בונד;
און מיר זענען עדות וועגן אלעם, וואס ער האט געטאן אין דעם לאנד יהודה און אין ירושלים; אים האבן זיי אויך אומגעבראכט, אויפהענגענדיק אים אויף א בוים.
די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן.
דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות.
און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס.
צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים.
משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)
וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.