3 פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד?
ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג.
און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף.
און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן,
און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך.
און אראפגענומען פון דעם פרייז, מיטן וויסן פון זיין ווייב, און א חלק געברענגט און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים.
צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳.
האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן.
אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.
זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;