Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 5:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 5:26
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.


נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.


און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס ביז צום הויף פון כהן גדול, און איז אריינגעגאנגען אינעווייניק, און זיך אנידערגעזעצט מיט די שומרים, צו זען דעם סוף.


און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.


און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק.


און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי,


און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.


פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער;


און די משרתים זענען אהינגעגאנגען און האבן זיי נישט געפונען אין תפיסה, און האבן זיך אומגעקערט און דערציילט, אזוי צו זאגן:


און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן.


דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ