25 דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק.
אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).
אייניקע אבער פון זיי זענען אוועקגעגאנגען צו די פרושים, און האבן זיי דערציילט, וואס יהושע/ישוע האט געטאן.
און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער.
און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן.
דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן.