Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 5:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 5:21
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.


און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט:


פילאטוס האט געענטפערט: בין איך דען א ייד? דאס פאלק דיינס און די הויפט כהנים האבן דאך דיך איבערגעגעבן צו מיר; וואס האסטו געטאן?


און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט.


מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט.


ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.


און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,


און האבן זיי געברענגט און אוועקגעשטעלט פארן סנהדרין. און דער כהן גדול האט זיי געפרעגט,


נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע.


און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ