Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 5:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 5:12
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.


און יהושע/ישוע איז געגאנגען אינם בית המקדש אין אולם של שלמה ארויף און אראפ.


און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.


די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.


דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט.


דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה.


און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן;


און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,


און ווי דאס דאזיקע איז געשען, זענען אויך די איבריקע חולאים אויף דער אינדזל געקומען, און זיך געלאזט היילן;


און בשעת ער האט זיך געהאלטן צו פעטרוסן און יוחנן, איז דער גאנצער עולם זיך צוזאמענגעלאפן צו זיי צו דעם פאליש, וואס האט געהייסן אולם של שלמה, אויסער זיך פון שטוינען.


בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.


און דארטן האט ער געפונען א געוויסן מענטשן מיטן נאמען ענעאס, וועלכער איז שוין געלעגן אכט יאר לאנג צו בעט; ווייל ער איז געווען פאראליזשירט.


פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות.


בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ