און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס.
און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.
און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;