Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 4:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 4:30
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים.


דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.


און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען.


פעטרוס אבער האט געזאגט: זילבער און גאלד האב איך נישט, נאר וואס איך האב יא, דאס גיב איך דיר. אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, שטיי אויף און גיי.


זאלט איר אלע וויסן און דאס גאנצע פאלק ישראל, אז אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, דורך דעם דאזיקן שטייט דער מאן געזונט פאר אייך.


ווארום באמת אין דער דאזיקער שטאט האבן זיך פארזאמלט קעגן דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע, וועמען דו האסט געזאלבט, הורדוס און פאנטיוס פילאטוס מיט די אומות (העולם) און די פעלקער ישראל,


און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.


און סטעפאנוס, פול מיט גנאד און גבורה, האט געטאן גרויסע אותות און מופתים צווישן דעם פאלק.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ