Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 4:29 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

29 און איצט אָ האר, קוק אויף זייערע דראונגען, און גיב דיינע קנעכט צו רעדן דיין ווארט מיט א פולן דרייסטקייט,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 4:29
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).


דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט.


און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳.


ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל.


האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.


און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.


און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.


און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט.


בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען.


און ער איז געווען מיט זיי, א יוצא ונכנס אין ירושלים, אויפטרעטנדיק מיט דרייסטקייט אין דעם הארס נאמען;


דערפאר זאל דער, וואס רעדט אויף א לשון, תפילה טאן, אז ער זאל פארטייטשן.


האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט,


און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט.


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ