23 און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט.
און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.
ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה.
און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן אלע צוזאמען אויפגעהויבן זייער קול צו ה׳, און געזאגט: אָ האר, דו ביסט עס, וואס האט באשאפן דעם הימל און די ערד און דעם ים, און אלץ, וואס איז אין זיי;