22 ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה.
און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש.
און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך.
און דארט איז געווען א מענטש, וואס איז קראנק געווען אכט און דרייסיק יאר לאנג.
און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן.
און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין.
און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.
און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט.
און דארטן האט ער געפונען א געוויסן מענטשן מיטן נאמען ענעאס, וועלכער איז שוין געלעגן אכט יאר לאנג צו בעט; ווייל ער איז געווען פאראליזשירט.