Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 4:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 4:21
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל.


און האבן געזוכט אים צו כאפן, און האבן זיך געפארכטן פאר די המונים מענטשן, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.


נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.


און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל!


און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.


און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.


און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.


און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק.


און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!


נאר כדי עס זאל זיך נישט נאך מער פארשפרייטן צווישן פאלק, לאמיר זיי מזהיר זיין מער נישט צו רעדן צו קיינעם אין דעם דאזיקן נאמען.


ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה.


פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער;


דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן.


און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ