2 ווייל זיי זענען געווען זייער אויפגעבראכט צוליב דעם, וואס זיי לערנען דאס פאלק און זאגן אָן תחית המתים דורך יהושען/ישוען.
און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.
און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים.
און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳).
אחוץ וועגן דעם דאזיקן איינעם ווארט, וואס איך האב אויסגעשריגן, שטייענדיק צווישן זיי: וועגן תחית המתים ווער איך היינט געמשפט פון אייך.
אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).
פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע?
און האט געטייט דעם שר החיים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, פון וואס מיר זענען עדות.
און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,
און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך.
און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען.