19 פעטרוס אבער און יוחנן האבן ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: משפט איר, צי עס איז גערעכט פאר ה׳ אייך מער צו געהארכן ווי ה׳ (אליין);
זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳!
און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן!
משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.
און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.
אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?
און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן.
איך רעד ווי צו פארשטאנדיקע; משפט איר אליין, וואס איך זאג.
נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳.
קינדער, געהארכט אייערע עלטערן אינם האר, ווארום דאס איז יושרדיק.
דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל,
דורך אמונה איז משה באהאלטן געווארן פון זיינע עלטערן דריי חדשים לאנג, ווייל זיי האבן געזען, אז ער איז א שיין קינד, און האבן זיך נישט געשראקן פאר דעם קעניגס באפעל.
צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?