23 און עס וועט זיין, אז יעדעס נפש, וואס וועט יענעם נביא נישט הערן, זאל פארטיליקט ווערן פון דעם פאלק. (דברים יח, טו, יט.)
ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.
דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג.
דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד.
און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.
מיר אבער זענען נישט פון די, וואס ציען זיך צוריק צו פארדארבונג, נאר וואס דורך אמונה ראטעווען זייער נפש.
היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,
וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,
און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.
און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.