20 אז עס זאלן קומען צייטן פון דערקוויקונג פון דעם פנים פון דעם האר, און אז ער זאל אייך שיקן דעם פארויסבאשטימטן משיח יהושע/ישוע,
מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.
און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?
און דעמאלט וועט מען זען דעם בר אנש קומען אין די וואלקנס מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)
און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען.
און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)
ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.
דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,
וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים.
אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען;
און דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן דער רשע, וועמען דער האר יהושע/ישוע וועט אומברענגען מיט דעם אטעם פון זיין מויל און אים פארניכטן מיט דער דערשיינונג פון זיין קומען;
אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.
זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.