Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 3:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 3:12
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן.


ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


און בשעת ער האט זיך געהאלטן צו פעטרוסן און יוחנן, איז דער גאנצער עולם זיך צוזאמענגעלאפן צו זיי צו דעם פאליש, וואס האט געהייסן אולם של שלמה, אויסער זיך פון שטוינען.


דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.


איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין.


וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות;


נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער פעאיקייט איז פון ה׳,


און איינער פון די זקנים האט געענטפערט זאגנדיק צו מיר: ווער זענען די דאזיקע אנגעקליידטע אין ווייסע קליידער, און פונוואנען זענען זיי אהערגעקומען?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ