Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 3:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און מען האט אים דערקענט, אז דאס איז דער, וואס פלעגט זיצן אויף נדבות ביים שער המהודר פון בית המקדש, און זיי זענען פול געווארן מיט שטוינען און פארוואונדערונג איבער דעם, וואס איז אים געשען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 3:10
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווי די לייט פון יענעם ארט האבן אים דערקענט, האבן זיי געשיקט אין יענער גאנצער געגנט ארום, און געברענגט צו אים אלע קראנקע;


און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס!


און אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט. און בשעת אלע האבן זיך געוואונדערט איבער אלעם, וואס ער האט געטאן, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים:


ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן.


האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים.


און די שכנים, און די, וואס האבן אים פריער געזען, אז ער איז געווען א בעטלער, האבן געזאגט: צי איז עס דען נישט דער, וואס איז געזעסן און געבעטלט?


און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן?


און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל?


און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ