1 און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער.
און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און זיין ברודער יוחנן, און פירט זיי אליין ארויף אויף א הויכן בארג.
און ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט.
און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת.
צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער.
און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן!
און זענען תמיד געווען אין בית המקדש, לויבנדיק ה׳.
זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין.
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,
און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,
דערזעענדיק פעטרוסן און יוחנן, וועלכע האבן געהאלטן ביים אריינגיין אין בית המקדש, האט ער (זיי) געבעטן א נדבה.
פעטרוס אבער האט אויף אים א בליק געטאן מיט יוחנן און געזאגט: קוק אויף אונדז.
און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.
דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק.
און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן;
און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;