5 ער אבער האט אראפגעשאקלט די חיה אין פייער אריין, און עס האט אים גארנישט געשאדט.
מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן.
און זיי האבן דערווארט, אז ער וועט געשוואלן ווערן אדער פלוצלונג אנידערפאלן טויט; ווי אבער זיי האבן לאנג געווארט, און געזען, אז עס געשעט אים נישט קיין שום שלעכטס, האבן זיי געענדערט זייער מיינונג, און געזאגט, אז ער איז א ג-ט.
און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.