3 און פוילוס האט צונויפגעזאמלט א בינטל ריטער און עס ארויפגעלייגט אויפן פייער, און א שלאנג איז ארויסגעקומען, מחמת דער היץ, און האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין האנט.
איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.
איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?
ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?
מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט.
און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן.
זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות.
ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;