11 דריי חדשים שפעטער זענען מיר אפגעפארן אין אן אלעקסאנדרינישער שיף, וועלכע האט איבערגעווינטערט אויף דער אינדזל; איר צייכן איז געווען די צווילינג ברידער.
און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע,
און דארטן האט דער אפיציר געפונען אן אלעקסאנדרינישע שיף, וואס איז געפארן קיין איטאליען, און האט אונדז ארויפגעזעצט אויף דער דאזיקער.
און האבן אונדז צוגעטיילט גרויס כבוד; און ווען מיר זענען אוועקגעפארן, האבן זיי אונדז מיטגעגעבן אלדאס נויטיקע.
און מיר זענען געקומען קיין סיראקוס, און זענען דארט פארבלייבן דריי טעג.
עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,
דעריבער, וועגן דעם עסן פון קרבנות צו אפג‑טער, ווייסן מיר, אז אן אפג‑ט איז גארנישט אין דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין ג‑ט אחוץ דעם איינעם.