44 און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף.
איצט אבער פאדער איך אייך אויף, זיך צו שטארקן; ווארום עס וועט קיין נפש פון אייך נישט פארלוירן ווערן, אחוץ די שיף.
אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר.
האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען?