42 און די זעלנער האבן בדעה געהאט צו טייטן די געפאנגענע, כדי קיינער זאל נישט אוועקשווימען און אנטלויפן.
הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן.
אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר.
ארויפפאלנדיק אבער אויף א זאמד באנק, האבן זיי ארויפגעפירט די שיף אויפן גרונט; און דער פאדערטייל איז געבליבן פעסט, אומבאוועגלעך, דער הינטערטייל אבער האט זיך צעבראכן דורך דער געוואלדיקייט פון די כוואליעס.
א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער;