Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 27:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און פון דארטן זענען מיר אוועק און זיך פארבייגעשיפט (די אינדזל) קפריסין, צוליב דעם, וואס די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 27:4
10 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאס שיפל אבער איז שוין געווען א סך מיילן פון דער יבשה, הארט געשטויסן פון די כוואליעס; מחמת דער ווינט איז געווען אנטקייגן.


און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין;


און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט.


און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין.


און עס איז געקומען צו א פארביטערונג, אזוי, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט איינער פון אנדערן, און בר‑נבא האט גענומען מארקוסן און זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין;


און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.


און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט.


און במשך פון א סך טעג זענען מיר געפארן פאמעלעך און זענען קוים אנגעקומען קיין קנידוס, און ווייל דער ווינט האט אונדז נישט דערלאזט, זענען מיר געפארן פארביי דער (אינדזל) קרעטא, אנטקעגנאיבער סאלמאנע;


און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ