32 האבן די זעלנער דעמאלט אפגעהאקט די שטריק פונם שיפל, און עס געלאזט אראפפאלן.
און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט;
האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
נאר ביז עס וועט נישט ווערן טאג, האט פוילוס אלעמען געבעטן, צו נעמען עפעס עסן, זאגנדיק: היינט איז (שוין) דער פערצענטער טאג ווי איר ווארט אומגעגעסן, און האט גארנישט טועם געווען.