31 האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.
דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד.
נאר ווי די שיפסלייט האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דער שיף, און האבן שוין געהאט אראפגעלאזט דאס (רעטונגס) שיפל אונטערן אויסרייד, אז זיי גייען אראפלאזן אנקערס פון דעם פאדערטייל,
האבן די זעלנער דעמאלט אפגעהאקט די שטריק פונם שיפל, און עס געלאזט אראפפאלן.
און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף.