28 האבן זיי אראפגעלאזט דאס זינקבליי און געפונען צוואנציק קלאפטער (טיף); זענען אביסל ווייטער געפארן און ווידער געזונקען דאס בליי, און האבן געפונען פופצן קלאפטער (טיף).
און ווען עס איז געקומען די פערצענטע נאכט, און מיר זענען געטריבן געווארן איבער דעם אדריאטישן ים, האבן די שיפסלייט באמערקט ארום האלבער נאכט, אז זיי דערנענטערן זיך צו עפעס א יבשה;
און מורא האבנדיק, מיר זאלן נישט פאלן אויף פעלדזיקע ערטער, האבן זיי ארויסגעווארפן פיר אנקערס פון דעם הינטערטייל פון דער שיף, און תפילה געטאן, אז עס זאל (שוין) ווערן טאג.