15 און אז זי האט זיך שוין מער נישט געקענט אקייגנשטעלן דעם ווינט, האבן מיר נאכגעגעבן און זענען געטראגן געווארן (פון די כוואליעס).
נאר נישט לאנג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן קעגן איר (דער שיף) א שטורמווינט, וועלכער הייסט עווראקלידאן; און האט א כאפ געטאן די שיף,
און לויפנדיק אזוי הינטער אן אינדזעלע, וואס האט געהייסן קלוידא, איז עס אונדז קוים געלונגען מיט גרויסער מי איינצוהאלטן דאס (רעטונגס) שיפל;
און ווען עס איז געקומען די פערצענטע נאכט, און מיר זענען געטריבן געווארן איבער דעם אדריאטישן ים, האבן די שיפסלייט באמערקט ארום האלבער נאכט, אז זיי דערנענטערן זיך צו עפעס א יבשה;
אָט אויך די שיפן, הגם זיי זענען אזוי גרויס און ווערן געטריבן פון שטארקע ווינטן, ווערן דאך געלענקט פון דעם קלענסטן רודער, וואואהין דער שטייערמאן וויל.