11 דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד.
און היות מען האט שוין לאנג נישט געהאט געגעסן, האט פוילוס זיך געשטעלט אין זייער מיט און געזאגט: אָ מענער, איר האט מיך געדארפט הערן, זיך נישט אוועקצושיפן פון קרעטא, און איר וואלט זיך איינגעשפארט דאס דאזיקע ליידן און דעם שאדן.
דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.
אָט אויך די שיפן, הגם זיי זענען אזוי גרויס און ווערן געטריבן פון שטארקע ווינטן, ווערן דאך געלענקט פון דעם קלענסטן רודער, וואואהין דער שטייערמאן וויל.
אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס,