Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 27:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 27:1
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!


ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!


און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.


און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,


האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.


און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.


און האט געפונען א געוויסן יידן מיטן נאמען אקווילא, געבוירן אין פאנטוס, נאר וואס אנגעקומען פון איטאליען, מיט פריסקילא זיין פרוי, צוליב דעם, וואס קלוידיוס האט באפוילן, אז אלע יידן זאלן פארלאזן רוים; און ער איז געגאנגען צו זיי.


און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.


האט ער גיך גענומען זעלנער און אפיצירן, און איז אראפגעלאפן צו זיי; און דערזעענדיק דעם הויפטמאן און די זעלנער, האבן זיי אויפגעהערט צו שלאגן פוילוסן.


און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער!


און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.


און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן.


און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען.


דעמאלט האט פעסטוס זיך באראטן מיט זיינע יועצים, און האט געענטפערט: צום קיסר האסטו אפעלירט, צום קיסר וועסטו גיין!


איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן.


דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד.


נאר דער אפיציר, וועלנדיק אפראטעווען פוילוסן, האט זיי געשטערט אין דער עצה, און באפוילן, אז יענע, וואס קענען שווימען, זאלן די ערשטע זיך אריינווארפן (אין ים אריין) און קומען צום לאנד;


און דארטן האט דער אפיציר געפונען אן אלעקסאנדרינישע שיף, וואס איז געפארן קיין איטאליען, און האט אונדז ארויפגעזעצט אויף דער דאזיקער.


און נאך דעם ווי מיר זענען געראטעוועט געווארן, האבן מיר זיך דעמאלט דערוואוסט, אז די אינדזל הייסט מעליטא.


און ווען מיר זענען אריינגעקומען קיין רוים, האט מען פוילוסן דערלויבט צו וואוינען אליין מיט דעם זעלנער, וועלכער האט אים באוואכט.


גיט אפ שלום אלע אייערע מנהיגים און אלע קדושים. די, וואס זענען פון איטאליען, געבן אייך אפ שלום.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ