30 און דער קעניג איז אויפגעשטאנען און דער גובערנאטאר און בערעניקא און די, וואס זענען געזעסן מיט זיי;
אויב אבער עס זענען שאלות וועגן ווערטער און נעמען אין דער תורה אייערער, זעט איר אליין דערצו; קיין שופט פון די דאזיקע זאכן וויל איך נישט זיין.
צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן.
און בשעתן אוועקגיין, האבן זיי גערעדט איינס מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן.
מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.