Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 26:29 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

29 און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 26:29
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן.


און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה.


דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן.


און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן,


ברידער, דער באגער פון מיין הארצן און מיין תפילה צו ה׳ איז פאר זייער ישועה.


שוין, איר זענט שוין זאט געווארן, איר זענט שוין רייך געווארן, איר קעניגט שוין—אָן אונדז; און הלוואי וואלט איר געקעניגט, כדי מיר זאלן מיטקעניגן מיט אייך.


איך וואלט געוואלט, אז אלע מענטשן זאלן זיין ווי איך בין אליין. נאר יעדער איינער האט זיין אייגענע מתנה פון ה׳, דער אזוי, און דער אזוי.


הלוואי וואלט איר אביסל אויסגעהאלטן מיין נארישקייט; און דאך האלט איר עס אויס פון מיר.


פאר וועלכער איך בין א שליח (אן אמבאסאדאר) אין קייטן, אז דערין זאל איך רעדן אזוי מוטיק, ווי עס איז מיין חוב.


פון אים דרשענען מיר, מזהיר זייענדיק יעדן מענטשן און לערנענדיק יעדן מענטשן מיט יעדער חכמה, כדי מיר זאלן אפערשטעלן יעדן מענטשן ווי שלמותדיק אינם משיח;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ