Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 26:28 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

28 און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 26:28
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).


ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.


און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.


און בשעת ער האט גערעדט וועגן צדקות, און נצחון איבער יצר הרע, און דעם משפט לעתיד לבוא (יום הדין), האט פעליקס זיך געפארכטן, און געענטפערט: איצט גיי דיר שוין; און ווען איך וועל האבן א באקוועמערע צייט, וועל איך דיך ווידער לאזן רופן.


קעניג אגריפא, צי גלויבסטו די נביאים? איך ווייס, אז דו גלויבסט!


און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.


נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳.


אויב אבער (עמיצער ליידט) אלס א משיחיסט, זאל ער זיך נישט שעמען; נאר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין דעם דאזיקן נאמען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ